וועם קען די זשעי.או. אויספארשן?
זשעי.או. באקוקט צו רעגירונג קראפט ווערט באנוצט אין איינקלאנג מיט געזעצן און רעגולאציעס. די אויפגאבע פון די זשעי.או. איז אויסצופארשן שוועדישע רעגירונג אויטאריטעטן און נישט פריוואטע פירמעס אדער ערוועלטע באאמטע.
די אמבודסמענער אויפזיכט דעקט
- רעגירונג אגענטורן (אריינגערעכנט געריכטן)
- מוניציפאלע און קאונטי אגענטורן
- ציווילע דינערס פון סטעיט, קאונטי אדער לאקאלע אגענטורן
- אנדערע וועלכע פירן דורך פובליק אויטאריטעט (אויספירן פובליק אויטאריטעט מיינט מאכן באשלוסן אדער אנדערע רעגירונג כוחות וואס ווירקן אויף אינדיווידואלן)
די אמבודמענער אויפזיכט דעקט נישט
- ערוויילטע באאמטע (דער קאבינעט אדער איינצלנע מיניסטארן, מיטגלידער פון ריקסדאג, אדער פון לאקאלע אדער קאונטי קאונסילס)
- דער קאנצלער פון גערעכטיגקייט – טשענסלער אף זשאסטיס
- סטעיט-אייגנטום פירמעס און פונדאציעס (אויסער אויב די אנקלאגע רעדט זיך פון א פארלאנג פאר א פובליק צוטריט דאקומענט, אין געוויסע פעלער)
- לאקאלע רעגירונג אייגנטום פירמעס און פונדאציעס (זעלבע ווי סטעיט-אייגנטום פירמעס, זע אויבן)
- צייטונגען, ראדיא און טעלעוויזיע פירמעס
- פריוואטע פירמעס, אזוי ווי בענק, אינשורענס פירמעס, אדוואקאטן און דאקטוירים אין פריוואטן פראקטיק
לעצטע דרהיינטיקט 2023-03-30